נײַער נומער „ייִדישלאַנד“ געווידמעט דעם פּרעמיערטן שרײַבער מיכאל פֿעלזענבאַוםLe nouveau numéro de « Yidishland » est consacré à l'écrivain primé Michael Felsenbaum Un message de notre éditrice et PDG Rachel Fishman Feddersen

ס'איז שוין דערשינען דער 25סטער נומער פֿונעם ליטעראַרישן קוואַרטאַלניק « ייִדישלאַנד ».

לכּבֿוד מיכאל פֿעלזענבאַום, אַ מיט־רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל, וואָס האָט לעצטנס באַקומען אַ פּריז פֿאַר לעבן־אויפֿטו פֿון דער ישׂראלדיקער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור, N'hésitez pas à nous contacter. C'est vrai. וואַלערי דימשיץ, דובֿ־בער קערלער און וועלוול טשערנין באַשרײַבן, יעדער אויף זײַן שטייגער, די פֿאַרשיידנאַטיקער שאַפֿונג פֿונעם אָנגעזעענעם לאַורעאַט אין פּראָזע, אין Je vous conseille de le faire.

דערצו האָט מען, ווי אין די פֿריִערדיקע נומערן, אַרײַנגענומען נאָך אַ קאַפּיטל פֿון פֿעלזענבאַומס ראָמאַן „טיק־טאַק“ און זײַן ציקל „קינדער־לידער פֿאַר דערוואַקסענע“.

דער נומער שליסט אײַן לידער פֿון וועלוול טשערנין און עטלעכע אַנדערע פּאָעטן וואָס זענען ערשט לעצטנס באַקאַנט געוואָרן Il s'agit d'une question de temps. צווישן זיי: הלל קאַזאָווסקי (ירושלים), וואָס איז מער באַקאַנט ווי אַ קונסט־עקספּערט; פֿעליקס חיימאָוויטש (מינסק) — דער לעצטער ייִדישער דיכטער, וואָס לעבט אין ווײַסרוסלאַנד, און יעל מערליני (בערלין) — אַ געבוירענע אין פֿירענצע, איטאַליע וואָס האָט באַקומען אַ דאָקטאָראַט אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אויפֿן געביט פֿון סעמיטישער Oui. Depuis 2016, nous avons décidé de le faire. יעל מערליני שרײַבט לידער איבערהויפּט אויף איטאַליעניש און אויף Oui. L'année 2024 s'est achevée en 2024. פֿונעם זשורנאַל „אויפֿן שוועל“.

קאַראָלינאַ קאָפּראָווסקאַ, אַ פֿאָרשערין פֿונעם קראָקעווער אוניווערסיטעט, האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אין דעם נומער אַ רעצענזיע אויף מאַרעק טושעוויצקיס פּוילישער איבערזעצונג פֿון י.־ל. פּרצעס „בײַנאַכט אויפֿן אַלטן מאַרק“, וועלכע איז דערשינען הײַיאָר.

מע קען אויך לייענען אַ קורצע דערציילונג פֿון דניאַל־מענדל טשערנין (דאָס איז דער ערשטער ליטעראַרישער פּרוּוו פֿון דעם צה״ל־זעלנער) און דעם המשך פֿון פֿריִערדיקע קאַפּיטלען פֿון צוויי ווערק: דעם ראָמאַן „די בלאָנדזשענדיקע אַװענטורעס פֿון פֿײַװל אתרוגער: זכרונות איבערדערציילט פֿון זײַנע אָפּשטאַמלינגען“ אָנגעשריבן פֿון קלאַראַ־בעל ​​(פֿ״ש) און דאָס 1943 – 2001).

די קונסטקענערין לאָלע קאַנטאָר-קאַזאָווסקי פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט האָט אָנגעשריבן אַן אַנאַליז פֿון דרײַ קונסטפֿילמען אויף דער חורבן־טעמאַטיק אין קאָנטעקסט פֿון דער Le jour du 7 juillet 2023 Il s'agit d'une question de temps.

אין דער רובריק „אַ נײַ זינגליד“ געפֿינט זיך באָריס קאַרלאָווס ייִדישע איבערזעצונג פֿונעם באַרימט ליד „ואולי“ („אפֿשר“) געשאַפֿן פֿון רחל בלוּוושטיין (רחל המשוררת). און ווי תּמיד קען מען אַרײַנקוקן אין די רובריקן „נײַע ביכער“ און „מאַטעריאַלן צום לעקסיקאָן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אינעם 21טן יאָרהונדערט“.

★★★★★

Laisser un commentaire