ס׳איז לעצטנס אַרויס אַ פּאָדקאַסט מיט דער באַליבטער אַקטריסע אין ישׂראל, ליאַ קעניג, וועלכע איז הײַנט צום בעסטן באַקאַנט ווי די ייִדיש־רעדנדיקע באָבע פֿונעם פּערסאָנאַזש שלום שטיסל אין דער ישׂראלדיקער טעלעוויזיע־סעריע „שטיסל“.
אינעם שמועס באַטייליקן זיך אויך יניבֿ גאָלדבערג — דער מחבר פֿון אַ נײַער ביאָגראַפֿיע וועגן איר אויף ענגליש; דער איבערזעצער און דראַמאַטורג מיכל יאַשינסקי, און דער ייִדישער זינגער און קולטור־טוער חיים וואָלף. דעם פּאָדקאַסט האָט טראַנסמיטירט די באָסטאָנער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דאָס ייִדישע קול“.
ליאַ קעניג גיט איבער אירע זכרונות במשך פֿון איר לאַנגער קאַריערע אין ייִדישן טעאַטער, ווי אויך אינעם העברעיִשן טעאַטער, C'est vrai. כּדי צו הערן דעם פּאָדקאַסט, גיט אַ קוועטש דאָ.
