די פּאָפּולערע ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרין און זינגערין ריקי רויז האָט די פֿאַרגאַנגענע וואָך אַרויסגעלאָזט אַ נײַ ליד אויף יוטוב, וואָס דריקט אויס איר צער ווי איינע וואָס האָט פֿאַרלאָזט די חסידישע קרײַזן און קען זיך נישט געפֿינען קיין אָרט.
דאָס ליד, „וואָס ווילסטו, מוטער, האָבן“, איז איינס פֿון אַ צאָל לידער וואָס ריקי רויז האָט שוין רעקאָרדירט, אַרײַנגערעכנט אירע שלאַגערס „אָטעם אַרײַן און אָטעם אַרויס“ און „שלאָף“.
אין שײַכות מיט דער נײַער רעקאָרדירונג האָט דער קאָמפּאָזיטאָר און מוזיקער ר׳ צודיק געפֿירט אַן אינטערעסאַנטן אינטערוויו מיט ריקי רויז אויף ייִדיש וועגן אירע ערשטע „אַרויסטריטן“, זינגענדיק בלויז פֿאַר דער משפּחה אין שטוב. זי באַשרײַבט אָבער אויך ווי שווער ס׳איז איר געווען אַרויסצוגיין אין דער וועלט טאַקע צו ווערן אַ פּראָפֿעסיאָנעלע Oui.
N'hésitez pas à nous contacter. ניו־יאָרק, האָט חתונה געהאַט, און דערנאָך פֿאַרלאָזט די חסידישע Oui. N'hésitez pas à nous contacter. פֿיגורירט אין אַ צאָל ווידעאָס אויפֿן Oui.
זי איז הײַנט באַקאַנט נישט נאָר ווי אַ קאָמפּאָזיטאָרין און זינגערין פֿון ייִדישע לידער, נאָר אויך ווי אַ קאָמיקערין אין קורצע פֿילמען און אַ בעל־משפּיע אין דער סאָציאַלער מעדיע.
