ייִדישער זשורנאַל דרוקט אַרטיקלען ייִדישע און אַראַברשע ישׂע אלים וועגן דער מלחמה מיט כאַמאַסUn magazine yiddish publie des articles rédigés par des Israéliens juifs et arabes sur la guerre avec le Hamas

2023 נומער פֿונעם ייִדיש־שפ ּראַכיקן זשורנאַל „אויפֿן שוועל“, וווּ מע קען לייענען די מחשבֿות, גבֿי ת־עדותן און איבערלעבונגען פֿון ישׂראלישע בירגערס — פֿרומע און פֿרײַע, ייִדן און אַראַבער, רעזערוויסטן און פּענסיאָנירטע — פֿון אַלע עלטערס און שיכטן פֿון דער געזעלשאַפֿט.

הגם אַ טייל פֿון די אַרטיקלען זענען איבערגעזעצט געוואָרן פֿון אַנד ערע שפּראַכן, האַלט די ייִדיש־ליגע, ווי אַ ייִדישיסטישע אָרגאַניזאַצ יע, אַז די פּערזענלעכע געשיכטעס פֿון ישׂראלים אין דער שווערער צײַט ד אַרפֿן פֿאָרט געבראַכט ווערן אויף ייִדיש. צווישן די אַרטיקלען אין דעם נומער:

  • בערעלע מעסינגער, אַ פֿרײַוויליקער בײַם זק״א, דערציילט וועגן דער שוו ערער עובֿדה פֿון זוכן און אָפּגעפֿינען קרבנות נאָכן אָקטאָבער.
  • ניהאַד דאַביט, אַ פּראָמינענטער מאָלער און סקולפּטאָר, אַ געבוירענ ער אין רמלה, שרײַבט וועגן זײַן אַרבעט פֿאַר קאָעקסיסטענץ און פֿאַרשט אַנד דורכן אָרטיקן שלום־ און דערציִונג־צענטער.
  • וועראַ סאַבאָ באַשרײַבט ווי זי מיט אירע ייִדיש־רעדנדיקע פֿרײַנד הע לפֿן אַ נעפּאַלער סטודענט אַ שווער פֿאַרוווּנדיקטן פֿונעם אַטאַק, ו ואָס איז נאָר וואָס געהאַט אָנגעקומען אין ישׂראל אויף אַן אַגריקולטולטו רעלער פּראָגראַם אויפֿן קיבוץ עלומים, לעבן דער גרענעץ מיט עזה.

כּדי זיך צו אַבאָנירן אויפֿן זשורנאַל, גיט אַ קוועטש דאָ.

* * *

★★★★★

Laisser un commentaire